דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט פארגעשלאגן א דריי-זייטיגע זיצונג מיט…
א' לך לך פ"ז: דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט פארגעשלאגן א דריי-זייטיגע זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ און דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג, דעם קומענדיגן חודש צו דיסקוטירן אן ענדע צום קאנפליקט אין אוקראינע.
פוטין האט אויפגעברענגט דעם געדאנק דורכאויס א געשפרעך מיט טראמפ, וועלכן האט אויך געפירט צו אן אויל אפמאך צווישן אמעריקע און רוסלאנד.
אן אמעריקאנער באאמטער זאגט אז טראמפ האט דערווייל נישט איינגעשטימט פאר אזא זיצונג אבער וועט מעגליך זיין אפן פאר עס, און בעדזשינג האט געלאזט וויסן פאר די טראמפ אדמיניסטראציע אז זי וועט זיך נישט קעגנשטעלן אויב וואשינגטאן שטימט איין צו אפהאלטן אזא זיצונג.
• וואל סטריט זשורנאל •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf




