די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך אנטזאגט פון לאדענען באאמטע פון די ארגאניזאציע…
ד' בראשית פ"ז: די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך אנטזאגט פון לאדענען באאמטע פון די ארגאניזאציע פאר זיכערהייט צו נאכקוקן די מידטורמס, אפצייכנדיג די ערשטע אמעריקאנער וואל פארמעסט אן קיין איבערזיכט פון דעם ארגעניזאציע אין איבער צוואנציג יאר.
די ארגאניזאציע, גערופן אין קורצן OSCE, האט באוואכט יעדע אמעריקאנער פעדעראלע פארמעסט זייט יאר 2002. זייערע אבזערווירער האבן נישט קיין אינפארסירונג אוטאריטעט און טוען בלויז נאכקוקן די וואלן און באריכטן וויאזוי די וואלן זענען צוגעגאנגען.
דער באשלוס שטעלט אמעריקע צוזאמען מיט רוסלאנד און בעלארוס וועלכע טוען אויך נישט אריינלאזן דעם ארגעניזאציע צו אבזערווירן זייערע וואל פארמעסטן.
• עם-עס-נאוו •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf




