דאנערשטאג, 5 נאוועמבער 2026
לייוו🗳️ וואלן 2026 – לייוו רעזולטאטן
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסה' חיי שרה פ"ז

נעכטן איז אפגעצייכנט געווארן 47 יאר פון ווען איסלאמישע סטודענטן וואס זענען…

דאנערשטאג, 5 נאוועמבער 2026 · 11:35

ה' חיי שרה פ"ז: נעכטן איז אפגעצייכנט געווארן 47 יאר פון ווען איסלאמישע סטודענטן וואס זענען געווען נאכפאלגער פון איאטאליע רוחאללא כומעיני, האבן געשטורעמט דעם אמעריקאנער אמבאסאדע אין טעהראן און פארכאפט 52 אמעריקאנער דיפלאמאטן.

אין א געוואגטע אפעראציע האט אמעריקע פרובירט צו ארויסראטעווען די פארכאפטע, אבער די אפעראציע איז נישט געלונגען צוליב א סעריע פון פראבלעמען וועלכע האבן באטראפן די רעטונגס העליקאפטערס.

עווענטועל זענען די משכונות באפרייט געווארן יאנואר 20, 1981, נאך וואס אמעריקע און איראן האבן איינגעשטימט צו די 1981 אלזשירס אפמאך.

זינט די אמעריקאנער אמבאסאדע איז אריינגעפאלן אין איסלאמישע הענט, האבן אמעריקע און איראן נישט אפגעהאלטן קיין אפציעלע דירעקטע דיפלאמאטישע באציאונגען.

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס