דאנערשטאג, 22 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס

כלל ישראל אנטפאנגט מיט פרייד דער גליקליכע בשורה אז הבחור אלי לאווין פון מאנסי איז ב''ה באפרייט געווארן אויף הויז ארעסט.

מאנטאג, 12 אקטאבער 2026 · 17:54

ב' נח פ"ז: כלל ישראל אנטפאנגט מיט פרייד דער גליקליכע בשורה אז הבחור אלי לאווין פון מאנסי איז ב''ה באפרייט געווארן אויף הויז ארעסט.

אלי איז עטליכע מאנאטן צוריק ארעסטירט געווארן אויפן באשולדיגונג פון שפיאנירן פאר איראן, און איז געזעצן אונטער ברוטאלע אומשטענדן צווישן די ערגסטע טעראריסטן.

אצינד האט יצחק עמית, דער ריכטער פונעם העכסטן געריכט אין מדינת ישראל, געאורטיילט אז אלי קען ארויסגיין אויף הויז ארעסט ביז זיין ענדגילטיגער אורטייל.

עסקנים האבן אריינגעלייגט א מיליאן שקלים אלס א משכון.

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס