די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט דערקלערט אז דער געוועזענער פיליפינער…
ה' בראשית פ"ז: די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט דערקלערט אז דער געוועזענער פיליפינער פרעזידענט ראדריגא דוטערטע איז אין א פאזיציע צו קענען שטיין פאר א געריכט, כאטש וואס זיינע לויערס האט גע'טענה'ט אז ראדריגא ליידט פון זכרון קאמפליקאציעס, מאכנדיג א טרייעל אומ'יושר'דיג.
ראדריגא ווערט באשולדיגט אין באגיין אקטן קעגן די מענטשהייט צוליב זיין אנטי-דראג קאמפיין וואס האט געצילט דראג טראפיקערס און קאנסומערס, פירנדיג צו מער ווי 8,000 טויטע, מיט עטליכע מענטשן רעכט ארגאניזאציעס וואס טענה'ן אז די נומער איז אסאך העכער און שטייט ביי נאנט צו 30,000 טויטע.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf




