אוקראינישע באאמטע פרובירן צו געוואויר ווערן ס'האט פארארדענט צו באגרעניצן…
מוצאי שבת פרשת נח פ"ז: אוקראינישע באאמטע פרובירן צו געוואויר ווערן ס'האט פארארדענט צו באגרעניצן סטארלינק פארבינדונג פאר מיליטערישע באנוץ, די טראמפ אדמיניסטראציע צי אילאן מאסק.
''ספעיס-עקס אלס א פירמע זאגט אונז אז ס'איז געווען א טעכנישע פראבלעם. אבער אונזערע קאנטאקטן אין די פירמע זאגן אז ס'איז געקומען פון די ווייסע הויז. ווען מיר פרעגן די ווייסע הויז, זאגן זיי אז ס'איז מאסק'', האט אן אוקראינישער באאמטער געזאגט.
לויט קוועלער האט אילאן מאסק פרעזענליך פארגלייגט פאר טראמפ צו באגרעניצן סטארלינק פאר אוקראינע, אבער טראמפ האט עס נישט אנגענומען.
די ווייסע הויז לייקנט ווייטער אז זי זאל האבן געשטאנען אונטער דעם, זאגנדיג אז נישט טראמפ און נישט זיין אדמיניסטראציע האבן באגרעניצט סטארלינק סערוויסעס.
• אקסיאס •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf




