פרייטאג, 23 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסב' לך לך פ"ז

א שטייגנדע צאל רעפובליקאנער קאנגרעסלייט סטראשען צו בלאקירן פרעזידענט טראמפ'ס…

מאנטאג, 19 אקטאבער 2026 · 18:22

ב' לך לך פ"ז: א שטייגנדע צאל רעפובליקאנער קאנגרעסלייט סטראשען צו בלאקירן פרעזידענט טראמפ'ס פארלאנגטע 350 ביליאן דאלער פאר די פענטאגאן, אחוץ אויב ער נעמט א שטייפערע פאזיציע קעגן רוסלאנד.

רעפובליקאנער קריטיקירן די צוימונגען אויף אוקראינע'ס צוטריט צו אמעריקאנער שפיאנאזש און סאטעליט טעכנעלאגיע, און טענה'ן אז די סארט שריט פארשטערקערן רוסלאנד און שוואכן אפ אוקראינע'ס פארטיידיגונג.

זיי פארלאנגען אז טראמפ זאל צוריקשטעלן סאנקציעס אויף רוסלאנד און געבן צוטריט פאר אוקראינע צו קריטישע מיליטערישע שטיצע. עטליכע רעפובליקאנער געזעצגעבער ווארענען אז זיי וועלן זיך נישט אפשטעלן ביים בלאקירן געלטער פאר די פענטאגאן, נאר וועלן שטערן אנדערע אדמיניסטראציע פריאריטעטן.

• די היל •

- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס