דאנערשטאג, 5 נאוועמבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
וועלטליכע נייעסה' חיי שרה פ"ז

פרעזידענט טראמפ האט זיך היינט געטראפן מיט נאציאנאלע זיכערהייט באאמטע צו דיסקוטירן די מלחמה מיט איראן, שטייענדיג נאך די מידטורמס.

דאנערשטאג, 5 נאוועמבער 2026 · 20:52

ה' חיי שרה פ"ז: פרעזידענט טראמפ האט זיך היינט געטראפן מיט נאציאנאלע זיכערהייט באאמטע צו דיסקוטירן די מלחמה מיט איראן, שטייענדיג נאך די מידטורמס.

ביים זיצונג איז געווארן פארגעלייגט דריי אפציעס פאר טראמפ: אנהייבן א סעריע אטאקעס, פארזעצן מיט די עקענאמישע דרוק, אדער מאכן א דיעל.

אונטער אן אפמאך, וועט אמעריקע דארפן אויפפירן איראנער געלטער און אראפנעמען די וואסער בלאקאדע. איראן וועט אין אויסטויש ארויסשיקן אן אפציעלע איינלאדענונג פאר די אטאמישע ענערגיע אגענטור צו קומען באזוכן די נוקלעארע צענטערן, און נאכפאלגנדיג די אינפעקציע פון די אגענטור, וועלן זיך אנהייבן געשפרעכן איבער איראנ'ס בארייכערטע אוראניום וואס וועט נאכפאלגן מיט די עפענונג פונעם הארמוז וואסער וועג.

טראמפ האט דערווייל נישט געמאכט קיין באשלוס, און סענטקאם מאכט ווייטער צוגרייטונגען צו קענען פארזעצן מיט אטאקעס צו לאזן די אפציע פון מיליטערישע שריט אפן פאר'ן פרעזידענט.

• אקסיאס •

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס