די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט
ד' בראשית פ"ז: ליינט איבער דער אינטערנאציאנאלער קרימינאלער געריכט וועלכע געפינט זיך אונטער קריטיק פון וועלט פירער, און אין שפיץ, דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, וועלכע באשולדיגן איר אין זיין א באזע פון קארופציע און א פשוט'ער פאליטישער וואפן, טוישנדיג איר ארגינעלער ציל פון דינען אלס א צענטער פון גערעכטיקייט, און ווערן א צענטער פון שווינדל.
געברענגט צו אייך דורך בקיצור.
די צווייטער וועלט-מלחמה האט געברענגט אסאך עפעקטן, איינס פון זיי, איז יוסטיץ.
אייראפע איז געווען איינגעהילט אין חורבנות, מיליאנען מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנס אין די יארן פונעם צווייטן וועלט-מלחמה, און לענדער האבן געקוקט מיט שאק און זיך הויך געוואונדערט וויאזוי איין פארשוין האט געקענט פאראורזאכן אזויפיל שאדנס.
די חורבן איז שוין געווען. אבער גערעכטיקייט האט געפעלט. דער וואס איז פאראנטווארטליך אויף אזויפיל טראגעדיעס האט געמוזט געשטעלט ווערן פאר יוסטיץ, אבער אז די אייגן לאנד שטיצט אירע פארברעכער, דאן ווער זאל אנקלאגן דער שולדיגער?.
די פאקטארן צום געריכט
די זאך וואס האט געפירט צו די גרינדונג פונעם אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט איז באשטאנען פון עטליכע פאקטארן, אבער אלע פון זיי זענען געווען פאקוסירט אויף דער זעלבער פונקט: די פארברעכנס וואס זענען געטון געווארן פאר די מענטשהייט. דאס איז געווען די טרייבקראפט צום גרינדונג פונעם געריכט.
אין יאר 1945, האט די וועלט איינגעשטימט אז מ'דארף ברענגען צו גערעכטיקייט די וועלכע האבן געשעדיגט די מענטשהייט. דערפאר האבן די זיגרייכע אליאירטע אויפגעשטעלט א צייטווייליגע געריכט צו משפט'ן די פארבליבענע יאפאנעזישע און נאצישע פירער. דעם געריכט איז געווען די ערשטע גרונדשטיין וואס האט פארמירט יוסטיץ אפילו פאר דער פירער פון א לאנד, קלאר מאכענדיג אז גערעכטיקייט שטעלט זיך נישט אפ ביים פשוט'ן בירגער, נאר אפילו דער הויכראנגיגע באאמטער וועט באקומען זיין שטראף נאכ'ן באגיין א פארברעכן.
אין די 1990 יארן, ווען די סאוועטן פארבאנד איז איינגעפאלן, האט זיך אויפגעדעקט א פרישן קאפיטל.
די סאוועטישע פארבאנד איז געווען געבויט אויף די דורכגעפאלענע מהלך פון קאמוניזם. ווען קאמוניזם האט געבליעט זענען רעליגיעזע גרופעס געווען אונטערדרוקט - אלעס איז געווען גלייך, וואס באדייט אז רעליגיע איז נישט עפּעס וואס שטימט מיט קאמוניזם.
ווען די סאוויעטן פארבאנד איז איינגעפאלן, האבן זיך די גרופעס צוריק ערוועקט נאכ'ן ווערן אונטערדרוקט פאר יארן.
דאס לאנד יוגאסלאוויע איז געווען צוזאמגעשטעלט פון עטליכע גרופעס, ווען די סאוויעטן פארבאנד איז איינגעפאלן, האבן פארשידענע גרופעס אנגעהויבן צו דערקלערן אפהענגיקייט. דאס האט געפירט אז שווערע שלאכטן זאלן אויסברעכן צווישן די גרופעס, ברענגענדיג אז טויזנטער זאלן פארלירן זייערע לעבנס.
אבער איז אויב אין אייראפע נישט געווען גענוג שלאכטן, האט אין אפריקע אויסגעבראכן א צווייטער מלחמה וואס האט עווענטועל געפירט צו די גרינדונג פונעם אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט.
שחיטות אין אפריקע
רוואנדא איז א לאנד אין אפריקע וועלכע איז מערסטנס טייל באזיצט דורך די הוטו, קעגן דעם איז א קלענערע טייל באזיצט דורך די טוטסיס.
אין אפריל דעם זעקסטן, 1994, איז דער פליגער פונעם פרעזידענט פון רוואנדא אראפגעשאסן געווארן. דער פרעזידענט איז דערקלערט געווארן טויט, און ביזן היינטיגן טאג איז נישט קלאר ווער ס'איז געשטאנען דערינטער.
דער פרעזידענט איז געווען א הוטו, און די הוטוס האבן גלייך באשולדיגט די טוטסיס אין באגיין דעם אקט.
דאס האט געפירט צו א בלוטיגע שלאכטפעלד צווישן די הוטוס און די טוטסיס.
די הוטוס האבן אויסגעטיילט וואפנס פאר פילע מיליציעס און זיי אונטער געהעצט קעגן די טוטסיס. זיי האבן אויסגעטיילט ליסטעס מיט די נעמען און אדרעסן פון די טוטסיס.
די הוטוס האבן זיך דערנאך גענומען באפאלן די דערפער וואו די טוטסיס האבן געוואוינט, זיי האבן זיך גענומען שיסן איבער די גאסן און דורכגעפירט גרויזאמע שריט קעגן די טוטסיס.
די טוטסיס האבן פרובירט צו אנטלויפן, פילע זענען אריינגעלאפן אין קירכעס, שולעס און שפיטעלער, אבער די הוטוס האבן קיינעם נישט פארשוינט. זיי האבן ארומגערינגלט די געביידעס, אריינגעווארפן גראנאטן און אונטערגעצינדן די געביידעס אינאיינעם מיט די טויזנטער טוטסיס וואס האבן זיך דארט באהאלטן.
הוטו לערער, וועלכע האבן געהאט סטודענטן וואס זענען געווען פון די טוטסיס האבן פשוט דורכגעפירט א מאסן שחיטה ביי זיי אין שולע.
די שחיטות זענען אנגעגאנגן פאר גאנצע הונדערט טעג, און יעדן טאג זענען איבער צען טויזנט מענטשן גע'הרג'ט געווארן דורך די הוטוס.
ענדלי, נאך הונדערט טאג פון בלוט פארגיסונג, האבן די טוטסיס אנגעהויבן מיט אן אפענסיווע, איבערנעמענדיג שטעטל נאך שטעטל, און צום סוף באוויזן אראפצואווארפן די הוטוס פון די מאכט.
אבער טראץ וואס די שחיטות זענען געווען פאריבער, האט זיך די בילד ערשט דעמאלט אנטפלעקט.
איבער א מיליאן מענטשן זענען ברוטאל ערמארדעט געווארן דורך גראפישע מיטלען וואס די מח קען ניטאמאל באגרייפן. צווישן די קורבנות האבן זיך געציילט טויזנטער קליינע קינדער וועלכע זענען אומשולדיג גע'הרג'ט געווארן דורך די בארבארישע הוטוס.
נאך וואס די הונדערט טאג פון רציחה איז פאריבער, איז קלאר געווארן אז די יו-ען האט פארפעלט איר שליחות. דורכאויס די שלאכטן האט די יו-ען זיך צוריקגעהאלטן פון אריינשיקן שלום היטער, נאר אנשטאט געוויזן מיטן פינגער און געווארנט - אבער שריט האט זי נישט גענומען.
דאס האט געפירט אז די יו-ען זאל זיך אריינווארפן און ברענגען גערעכטיקייט.
דער יו-ען האט אויפגעשטעלט צוויי צייטווייליגע געריכטן צו משפט'ן די פאראנטווארטליכע אינעם שחיטה.
די צוויי געריכטן זענען טאקע געווען עפעס, אבער נישט וואס די וועלט האט געדארפט.
די געריכטן האבן גענומען גאר לאנג צו אויפגעשטעלט ווערן, און די קאסטן דערפון זענען געווען גרויס. אזוי אויך, האבן אנדערע פארפירט אז היתכן מ'מאכט בלויז א געריכט נאך הונדערט טאג פון שחיטות, און פאר אנדערע פירער וואס זענען באגאנגען פארברעכנס טוט מען גארנישט. דערביי האבן וועלט פירער איינגעשטימט אז מ'קען נישט אויפשטעלן א געריכט יעדעס מאל וואס עס קומט פאר א שחיטה, נאר א געריכט דארף זיין א פערמענאנטע.
ווען בילדער פונעם שחיטה האט אנגעהויבן ארויסקומען, האבן פילע מענטשן-רעכט אקטיוויסטן אנגעהויבן שרייען אז גענוג איז גענוג, און נאך אזויפיל שאדנס וואס די מענטשהייט האט געליטן פון גרויזאמע פירער, פארלאנגט זיך אויפצושטעלן א געריכט וואס זאל אראפשטעלן יוסטיץ.
די געריכט ווערט געגרינדעט
אדאנק די שטארקע דרוק וואס די שחיטות אין רוואנדא האבן פאראורזאכט, האבן זיך וועלט לענדער צוזאמגענומען אין יאר 1998 אין רוים צו גרינדן א געריכט.
נאך וואכן פון פארהאנדלונגען צווישן פארשטייער פון ארום 160 לענדער, איז אין יולי 17, 1998, אנגענומען געווארן דעם רוים סטאטוס - די יסוד וואס האט אפציעל געגרינדעט די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט.
אין רוים איז טאקע געשטעלט געווארן די ערשטע גרויסע טריט אין ריכטונג פון א געריכט, אבער כדי עס צו קענען אריינברענגען אין אפעקט, האט זיך אויסגעפעלט די אנטיילנעמונג פון זעכציג לענדער.
אין יולי איינס, 2002, איז ענדליך דערגרייכט געווארן זעכציג אונטערשריפטן, ברענגענדיג א פרישע קאפיטל אין די וועלט פון יוסטיץ.
די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט
די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט איז באזירט אויף פיר פונקטן:
• מאסן שחיטות - ווען לענדער טוען אויסמארדן א גאנצע גרופע.
• פארברעכנס קעגן דער מענטשהייט
• קריגס פארברעכנס - ווען א לאנד באגייט א פארברעך בשעת'ן זיין אין קריג מיטן פיינט.
• אגרעסיע - ווען א לאנד נעמט אונטער אן אומלעגאלע אינוואזיע אויף א צווייטער לאנד.
די געריכט וועט זיך קיינמאל נישט אריינמישן ווען א לאנד טוט אליינס אויספארשן אדער אנקלאגן איר פירער אדער הויכראנגיגער באאמטער נאכ'ן באגיין א פארברעך, זי וועט זיך בלויז אריינמישן אין פאל וואס דער לאנד שטיצט אדער איגנארירט יוסטיץ און טוט נישט ברענגען גערעכטיקייט צו איר פירער.
די מאכט פון די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט איז באגרעניצט. זי קען נישט ארויסגעבן קיין טױט שטראף אורטייל אדער א לעבנסלענגליכע טורמע טערמין. די מאקסימום וויפיל זי קען געבן איז דרייסיג יאר.
די פראצעס פון א געריכט סעסיע
ווען א קרימינאל ווערט ארעסטירט און געברענגט צום געריכט, וועט ער געלייגט ווערן אין טורמע פונעם געריכט.
די טורמע וואס די געריכט באזיצט איז ווייט פון וואס מיר קענען, די טורמע קוקט אויס ווי א לוקסריעזע ווילא און איז אויסגעשטאט מיט אלע באקוועמליכקייטן.
אנגעהויבן פון טעכנעלאגיע, קאמפיוטערס, ביבליאטעקן, באקוועמע צימערן, א גרויסע קאך, און אלעס וואס דער מענטשהייט פארלאנגט.
דער ארעסטירטער וועט אבער נישט דארט בלייבן אויף אייביג, די טורמע פונעם געריכט איז בלויז פאר װי לאנג זיין פראצעס גייט אן, אבער איין מאל דער געריכט קומט ארויס מיט אן אורטייל, וועט דער ארעסטאנט געשיקט ווערן צו די טורמעס פון איינע פון די לענדער וואס האבן אונטערגעשריבן צו זיין א טייל פונעם געריכט.
אין די ערשטע יארן פונעם געריכט, האט זי מערסטנס פאקוסירט אויף אפריקע און אנגעפירט מיט אויספארשונגען אויף אפריקאנער פירער. דאס האט געברענגט א פלייץ פון קריטיק פון אפריקאנער פירער וועלכע האבן געשריגן אז דער געריכט פאקוסירט נאר אויף זיי, צו כאפן א פארברעך.
נאכ'ן קומען אונטער אזויפיל קריטיק, האט דער געריכט געטוישט דירעקציע, און זיך גענומען פאקוסירן גלאבאל.
דער געריכט - א שפיל
די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט וועט אפט מאל באטראכט ווערן ווי א גוטע ווערטל. דאס קומט אין רעזולטאט פון צװײ פאקטארן.
איינס, די געריכט פארמאגט נישט קיין אייגענע פאליציי קראפט, וואס באדייט אז אויב קלאגט מען אן א פירער האט זיך נישט די פאליציי וואס זאל אים גיין ארעסטירן, נאר די געריכט דארף זיך פארלאזן אויף די לענדער וואס זענען א טייל פון איר, אז אין פאל וואס דער אנגעקלאגטער פירער וועט באזוכן ביי זיי אין לאנד, זאל דאס לאנד ארויפלייגן קייטן און אים ברענגען צום געריכט. אבער מיט די יארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז אויב א לאנד - וואס אפילו ער איז א טייל פונעם געריכט - פארמאגט גוטע באציאונגען מיטן אנגעקלאגטער, דאן וועט ער פשוט איגנארירן דעם אורטייל.
א צווייטער פאקטאר איז, אז די גרעסטע וועלט'ס מאכטן זענען נישט קיין פריינט פונעם געריכט. די פאראייניגטע שטאטן, רוסלאנד, כינע און אינדיע זענען נישט קיין טייל פונעם געריכט, און זענען אפילו קעגן עס. אמעריקע האט אפילו דורכגעפירט א געזעץ וואס ערלויבט דעם פרעזידענט זיך צו באנוצן מיט מיליטערישע מאכט צו באפרייען סאלדאטן אין פאל וואס זיי ווערן ארעסטירט דורך דער אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט.
דער ערשטער פראצעס
די ערשטע פראצעס פונעם געריכט איז געווען קעגן טאמאס לובאנגא דיאילא. דאס איז געווען א היסטארישע ספעקטאקל ווען אן אינטערנאציאנאלע געריכט האט פאר'משפט א פארברעכער.
טאמאס איז געווען דער פירער און גרינדער פון א מיליציע גערופן די UPC און איז געווען באזירט אין מזרח קאנגא.
די קלאגע קעגן אים איז געווען קאנצענטרירט אויף פארכאפן קליינע קינדער און זיי נוצן פאר שקלאפן, וועכטער און קעמפער.
די הויפט באשולדיגונגען קעגן אים איז געווען אז צווישן די יארן פון 2001 און 2003, האט טאמאס מיט זיין מיליציע פארכאפט קליינע קינדער אונטער דעם עלטער פון פופצן יאר.
כאטש וואס ס'איז געווען די ערשטע פראצעס, איז כמעט צוויי מאל צעפאלן צוליב לעגאלע טעכנישע סיבות.
דער הויפט פראקוראר קעגן טאמאס האט באקומען באווייזן איבער די פארברעכנס פון טאמאס, אבער איז שטרענג אנגעזאגט געווארן עס נישט מיטצוטיילן מיט די אדוואקאטן פון טאמאס. אבער דער ריכטער האט גע'טענה'ט אז דאס איז פארברעכן קעגן דעם אנגעקלאגטער און איז נישט קיין יושר.
אזוי אויך, האבן די אדוואקאטן פון טאמאס אויפגעוויזן אז עטליכע עדות זענען באצאלט געווארן ליגנט צו זאגן אין געריכט איבער זייער עלטער און צו פראבעצירן געשיכטעס איבער פארברעכנס וואס טאמאס איז מכלומר'שט באגאנגען.
דער ערשטער אורטייל
נאך דריי יאר פון סעסיע, מיט איבער זעכציג עדות און צענדליגער דאקומענטן, איז דער ריכטער ארויסגעקומען מיט זיין ענדגילטיגער אורטייל אום מערץ 2012.
דער ריכטער האט געפונען טאמאס שולדיג אין נוצן קינדער פאר סאלדאטן און שקלאפן, און זײן אורטייל איז געווען א פערצן יעריגער טורמע טערמין.
דאס איז געווען אן היסטארישער ווענדפונקט אין די פעלד פון יוסטיץ, און אראפגעשטעלט דעם טאן אז אפילו דער קאמאנדיר האט נישט געוויסט אז זיינע קעמפער זענען באגאנגען א פארברעך, וועט ער נאך אלץ ווערן אנגעקלאגט.
צום ערשטן מאל אנגעקלאגט אן זיין אין געריכט
דזשאסעף קאני איז געווען דער פירער פון די LRA - א גרופע אין אוגאנדא וואס ער האט געגרינדעט אין די 1990 יארן.
קאני האט זיך אויפגעפירט אנדערש ווי אנדערע טעראר פירער. ער האט זיך דערקלערט אלס א נביא וואס וויל אויפשטעלן א רעגירונג באזירט אויף די עשרת הדברות.
דער גרופע איז אבער שנעל געווארן א געפארפולע טעראר גרופע וואס קען באצייכנט ווערן אלס איינע פון די גרוזאמסטע טעראר גרופעס אין היסטאריע.
דער גרופע ווערט געשאצט צו האבן פארכאפט איבער זעכציג טויזנט קינדער און זיי נוצן פאר סאלדאטן.
דורכאויס די יארן האבן זיי אומגעברענגט איבער הונדערט טויזנט מענטשן אין אוגאנדא, דרום סודאן, קאנגא, און די צענטראלע אפריקאנער רעפובליק.
אין יאר 2005, האט די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט ארויסגעגעבן איר ערשטע ארעסט באפעל קעגן דזשאסעף קאני מיט זיינע קאמאנדירן. ער איז אנגעקלאגט געווארן אויף 36 קלאגעס פון קריגס פארברעכנס און פארברעכנס קעגן דער מענטשהייט.
אין יאר 2012 איז ערשינען א דאקומענטאציע פון דזשאסעף קאני וועלכע האט אראפגעלייגט זיינע פארברעכנס. דעם דאקומענטאציע איז שנעל אויסגעשטיגן אלס איינע פון די מערסט געזעענע ווידעאס פונעם געוועב.
דעם דאקומענטאציע האט געברענגט אז דער גאנצער וועלט זאל זיך פון אים דערוויסן, און די פאראייניגטע שטאטן, אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע, האט אפילו אפגעשיקט מיליטערישע הילף צו ארויס העלפן די אפריקאנער ארמייען צו טרעפן דעם דזשאסעף קאני.
פילע זוכערייען זענען אונטערגענומען געווארן אים צו געפינען, אבער אלע זענען געקרוינט געווארן אן ערפאלג.
די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט פאר לאנגע יארן געהאט א פאליסי נישט צו משפט'ן א פארברעכער אן זיין אנוועזנהייט.
אבער אין נאוועמבער 2022, האט דער הויפט פראקוראר געבעטן פונעם געריכט צו ערלויבן צו הערן די באווייזן מיט די אפוועזנהייט פון דזשאסעף.
אום מערץ 2024, האט דער געריכט באשטעטיגט די ביטע פונעם פראקוראר אויסצוהערן די באווייזן קעגן קאני.
אין אויגוסט 2024, האט דער געריכט צום ערשטן מאל אין איר היסטאריע געעפנט אן אפיציעלע פראצעס איבערזיכט קעגן אן אנגעקלאגטער, כדי צו די קלאגעס קעגן אים, אפילו דער פארברעכער איז ערגעץ ווי באהאלטן.
קאני, וועלכער איז שוין היינט אן עלטערע מענטש, איז נאך נישט געפינען געווארן און ווי מ'גלייבט באהאלט ער זיך צווישן די וועלדער מיט וואס אפריקע איז באשאנקען געווארן, אבער דאך טוט עס סימבאליש צייגן אז גערעכטיקייט איז דא נישט קיין חילוק צו דער פארברעכער איז אויך דא.
קריטיק אויף די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט
ווי פריער ערווענט, טוט דער אינטערנאציאנאלער קרימינאלער געריכט אפט קומען אונטער זאפאסן פון קריטיק. רוב דערפון זענען באזירט אויפן טענה אז דער געריכט איז קארופטירט און ווערט גענוצט אלס א פאליטישער וואפן.
אין יאר 2017 האט זיך אפגעשפילט א געפערליכע סקאנדאל, וועלעכע האט אויפגעדעקט קארופציע אינערהאלב דער געריכט.
לואיס מארענא אקאמפא איז געווען דער הויפט פראקוראר פונעם געריכט. אין 2017, איז ערשינען איבער פערציג טויזנט דאקומענטן און אימעילס וועלכע זענען געברענגט געווארן דורך א גרופע צייטונגען און זשורנאליסטן, און אין שפיץ, איז געווען דער דייטשער צייטונג גערופן ''דער שפיגל''.
די דאקומענטן האבן געצייגט אז אין יאר 2011, ווען לואיס איז נאך געווען דער הויפט פראקוראר, האט ער געעפנט אן אויספארשונג קעגן דער ליביער דיקטאטור מואמאר קאדאפי און זיינע אליאירטע איבער מלחמה פארברעכנס.
אבער אין יאר 2015, האט ער אונטערגעשריבן א געהיימער קאנטראקט אין די ווערד פון דריי מיליאן דאלאר, מיט א ליביער פאליטיקאנט וועלכער איז געווען נאנט אליאירט מיט די זון פון מואמאר קאדאפי.
די דאקומענטן האבן געוויזן אז לואיס האט גענוצט זיינע פארבינדונגען אין די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט צו באשיצן דעם פאליטיקאנט אינאיינעם מיט זיינע פריינט פון ווערן אנגעקלאגט.
די דאקומענטן צייגן ווייטער, אז אפילו נאכ'ן פארלאזן דעם געריכט, האט לואיס פונקטליך געוואוסט וואס דער נייע הויפט פראקוראר פלאנירט צו טון, און ער האט שטיל געמאכט אויספארשונג און באאיינפלוסט אנדערע פראצעסן לטובת זיינע קליענטן וועלכע האבן אים באצאלט מיליאנען דאלארן.
די רעאקציע פונעם געריכט איז געווען א שאקירטע, און דער געריכט האט געמאלדן אז זי עפנט אן אויספארשונג איבער די שווינדלערייען פון לואיס.
דאס האט אבער באשטעטיגט די זארגן פון לענדער אז דער געריכט איז א קארופטירטע סטאנציע און ערפילט נישט איר ארגינעלן ציל.
לעצטיגע אויפשאקלונג
אין די פארגאנגענע וואכן איז די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט ווידער ארויפגעשווימען אויפ'ן ארענע, נאך וואס די יעצטיגער הויפט פראקוראר איז פארשיקט געווארן פון פאזיציע נאכ'ן קומען אונטער סקאנדאלן.
דער פראקוראר, כרים כאן, איז געווען באקאנט מיט זיין ארעסט באפעלן קעגן דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און שפעטער קעגן דער איזראעלישער פריים מיניסטאר נתניהו, און פאר די פירער פון די כאמאס טעראר גרופע.
די פאקט אז די צוויי הויפט פראקורארן פון א געריכט וועלכע שטעלט מיט זיך א פנים פון יוסטיץ און גערעכטיקייט, זאלן גאר אליינס זיין פארברעכער, האט בלויז רעדוצירט די באגלייבטקייט פון וועלט לענדער אינעם געריכט.
עפליאג
די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט איז די זעלבע ווי די יו-ען פארוואנדלט געווארן אין א ווערטל.
איר מאכט איז באגרעניצט, לענדער וואס זענען א טייל פון איר טוען אליינס באשליסן וועם יא און וועם נישט צו ארעסטירן און די פארדאכט אויף קארופציע אינערהאלב דער געריכט טוט בלויז שטייגן מיט יעדע פארבייגייענדע טאג.
בלויז א צייט צוריק, האט ווענעזועלע פארמאל אינפארמירט די יו-ען איבער איר באשלוס זיך ארויסצוציען פונעם געריכט.
דער שריט פון ווענעזועלע איז שטארק באגריסט געווארן דורך די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט, וועמענ'ס סעקרעטאר, מארקא רוביא, איז אן אגרעסיווער קריטיקער פונעם געריכט און האט אין די פארגאנגענהייט שוין געווארנט אז די פאראייניגטע שטאטן איז אומשטאנד צו דערקלערן קריג קעגן דער געריכט, צוליב אירע פארלעצונגען.




