אימיגראנט פאראורטיילט צו טויט שטראף פאר'ן טרייבן שפאס פון ''נביא מוכאמאד''
ג' בראשית פ"ז: א 24-יאריגער אימיגראנט וועלכער האט געארבעט אין סאודיע אראביע איז פאראורטיילט געווארן צום טויט נאכ'ן קאמענטירן אויף סאציאלע מידיא מיט שפאס פון ''נביא מוכאמאד''.
ער איז ארגינעל פאראורטיילט געווארן צו פינף יאר טורמע און א קנס פון 3 מיליאן ריאל, אבער פראסעקיוטער האבן געבעטן אז דער קעיס זאל באהאנדלט ווערן אונטער די שאריא געזעץ, וואס האט נאכגעפאלגט מיט א טויט שטראף אורטייל פון אן אפעלאט געריכט.




