דאנערשטאג, 22 אקטאבער 2026
→ צוריק צו אלע נייעס
ארטיקלעןא' נח פ"ז

''דו האסט נישט די קארטלעך''. מורא פון א מידטורם פארלוסט, הויכע גאז פרייזן וואס רעזולטירן אן אומצופרידנהייט ביי וויילער, און א פארמאכטע הארמוז. אלץ קלאפט אויס אויף זאלענסקי.

א' נח פ"ז: ''דו האסט נישט קיין קארטלעך''

דאס זענען געווען די ווערטער פון פרעזידענט טראמפ צו דער אוקראינישער פרעזידענט זאלענסקי אין אוועל אפיס מיט עטליכע יאר צוריק, בשעת א היציגע טענה'ריי האט זיך אנטוויקלט צווישן וויצע פרעזידענט ווענס און זאלענסקי.

חדשים זענען אריבער, אנשטאט פאלן איז ער ווייטער געגאנגען, אנהאלטנדיג דעם מאראל פון זיין לאנד אויפ'ן בלוטיגן שלאכטפעלד.

ווי א רעדל וואס דרייט זיך, האט זיך דער פראנט אין אוקראינע אויך געדרייט. רוסלאנד האט געשיקט נאך און נאך טרופן, אמוניציע און געווער צום פראנט, אבער אוקראינע האט גענומען דעם אויבערהאנט און דערלאנגט טויטליכע קלעפ פאר רוסלאנד.

קוקנדיג פון וואשינגטאן, האט פרעזידענט טראמפ אנגעהויבן זען אז דער פוטין איז ווייט נישט סוקסעספול און דער ענדגילטיגער געווינער וועט שטארק מעגליך זיין זאלענסקי. זעענדיג אוקראינע'ס קלעפ פאר רוסלאנד, האט פרעזידענט טראמפ אנגעהויבן טוישן זייטן און געטוישט זיין אטיטוד צו זאלענסקי.

א קריג מיט איראן און א מידטורמס וואס קומט

אמעריקע איז אריין אין קריג מיט איראן, און איראן האט גענומען א ווערדפולן משכון וואס האלט קאנפיסקירט דער אויל מארקעט.

די הארמוז וואסער וועג איז אריין אונטער די לאפעס פון פארנאטישע איסלאמיסטן, און דאס איינציגע זאך וואס דער וועלט האט געקענט טון איז פארפירן ביי די יו-ען.

אמעריקע האט טאקע אריבערגעפירט גאר אסאך אויל אונטער'ן רוקן פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע, אבער ס'איז רעלעטיוו נישט גענוג צו קענען רעדוצירן אויל פרייזן.

מיט א מידטורמס וואס קומט און שרייט א שאנדפולע נאכט פאר רעפובליקאנער, האט זיך פרעזידענט טראמפ געזען מיט א גאר ערנסטער פראבלעם. נעמליך, גאז פרייזן.

יעדער אמעריקאנער וואס באזיצט א קאר פילט גאר שטארק די עפעקטס פון די מלחמה מיט איראן. גאז פרייזן זענען אבנארמאל הויך, און דאס ברענגט צו א גרויסע פרוסטירונג צווישן וויילער מיט די רעפובליקאנער פארטיי.

ס'איז א ביין אין האלדז.

רוסלאנד קומט צו הילף

פרעזידענט טראמפ האט דא געזען אז עפעס מוז געטון ווערן צו סטאביליזירן דעם מארקעט. טראכטנדיג אביסל איז ער געקומען צום אויספיר אז רוסלאנד וועט אים קענען העלפן מיט דעם.

ער האט געשלאסן א גרויסע אויל און גאז אפמאך מיט פוטין, אונטער וועלכן רוסלאנד וועט שיקן מיליאנען גאלאנען אויל קיין אמעריקע און איז עפעס וואס וועט ווארשיינליך רעדוצירן די גאז פרייזן.

אבער, ווען רוסלאנד אליין מוטשעט זיך מיט אויל, וויאזוי קענען זיי העלפן אמעריקע?.

איבער די לעצטע מאנאטן האט אוקראינע דורכגעפירט הונדערטער אטאקעס אויף ענערגיע אינפראסטרוקטור אין רוסלאנד, ברענגענדיג קאסטראפישע שאדנס צו די רוסישע אויל מארקעט.

פרעזידענט טראמפ האט דאס נישט אויסגעהאלטן. ער דארף ביליגע גאז פרייזן. אױב אוקראינע אטאקירט רוסישע אויל אינפראסטרוקטור דאן קען אים נישט רוסלאנד שיקן אויל. דאס איז נישט גוט.

פרעזידענט טראמפ האט פארלאנגט פון אוקראינע צו זאפארט אפשטעלן אירע אטאקעס אויף רוסישע אויל אינפראסטרוקטור, אוקראינע האט געענטפערט פאזיטיוו, אבער זי דארף עפעס אין אויסטויש: רוסלאנד זאל נישט אטאקירן אוקראינישע ענערגיע אינפראסטרוקטור. ס'איז גאר פשוט, אויב ווילסטו אז איך זאל אויפהערן דאן דארף רוסלאנד אויך אפשטעלן אירע ענערגיע אטאקעס.

טראמפ האט אויף דעם אויך געטראפן א לעזונג: ארויסשיקן א מעסעדזש אויף טרוט סאשעל אז ביידע זייטן זענען איינגעגאנגען אויף אן ענעריגע פייער אפשטעל.

אוקראינע פון איר זייט האט עס אקצעפטירט, אבער רוסלאנד נישט. רוסלאנד זעצט ווייטער פאר מיט אירע אטאקעס אויף אוקראינישע ענערגיע אינפראסטרוקטור, און אוקראינע קען נישט זיצן שטיל און נישט רעאגירן.

טראמפ דארף אבער נישט אוקראינע; אוקראינע קען אים נישט געבן קיין אויל. רוסלאנד קען. נו, אז אוקראינע ענטפערט צוריק צו רוסישע ענערגיע אטאקעס, וועט זאלענסקי כאפן.

אט דא איז מען צוריק געגאנגען צום אוועל אפיס. ''דו האסט נישט די קארטלעך''. שרייט טראמפ ווידער. ''ס'איז צייט פאר אוקראינע צו אריינוועלן א נייע פרעזידענט''. פארוואס? ווייל זאלענסקי האלט נישט ביים זיצן מיט'ן קאפ אראפ און זען וויאזוי רוסלאנד פארניכטעט זיינע ענעריגע אינפראסטרוקטור, בשעת ער זאל זיצן שטיל. ס'ארבעט נישט אזוי.

טראמפ ווייסט און פארשטייט דאס, אבער טראמפ ווייסט און פארשטייט אויך אז ער דארף זיגן און די מידטורמס, און מיט הויכע גאז פרייזן איז ער א ווארשיינליכער פארלירער.

דער ענדע בלייבט אז רוסלאנד פארדינט פון קענען פארקויפן גאז, בשעת טראמפ פארדינט פון ביליגע גאז פרייזן, און זאלענסקי בלייבט מיט קריטיק פונעם אמעריקאנער פרעזידענט.

קאמענטארן, פראגעס און עדווערטייזמענטס