אמעריקאנער טוריסט ארעסטירט אין מדינת ישראל
ג' בראשית פ"ז: אן אמעריקאנער טוריסט איז ארעסטירט געווארן אין תל אביב נאכ'ן כאפן בילדער פון די קריה מיליטערישע באזע און זיך דערנאך געוואנדן צו די וועכטער און גערעדט מיט זיי איבער אן אטאקע.
די פאליציי זאגט אז זיי האבן דעם פארשוין אפגעפירט צו א פסיכאלאגישע שפיטאל פאר אונטערזיכונגען.




