רוסלאנד ווערט פארדעכטיגט אין נוצן פישער לייט צו שפיאנירן אויף קריטישע אונטער-וואסער קאמוניקאציע קעיבלס וואס פארבונדן ענגלאנד מיט אייראפע און אמעריקע.
אנאליזירער האבן אידענטיפיצירט מער ווי 500 פארדעכטיגטע אינצידענטן וואס האבן אריינגענומען 17 רויסישע שיפן, אין וועלכע די שיפן האבן פלוצלינג געטוישט זייער דירעקציע און נאכגעפאלגט קעיבל רוטס.
בריטישע באאמטע זענען באזארגט אז דאס קען העלפן מאסקווע אידענטיפיצירן פאטענציאלע צילן פאר סאבאטאזש, און גרייטן זיך דעריבער צו מעלדן שטרענגערע שטראפן פאר אטאקעס אויף אונטער-וואסער אינפראסטרוקטור.
• די טעלעגראף •
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf