צוואנציג טעג צו די מידטורמס:
נעכטן איז פארגעקומען די איינציגסטע דעבאטע צווישן די צוויי ניו יארקער גאווערנאר קאנדידאטן, דער רעפובליקאנער ברוס בלעקמאן און יעצטיגע גאווערנאר האוקעל.
בלעקמאן האט אטאקירט האוקעל איבער איר פריינדשאפט און שטיצע פאר מאמדאני, די הויכע לעבנס קאסטן אין ניו יארק, און די מאסיווע שטייער-צאלער געלטער וואס זי גיבט פאר אימיגראנטן.
האוקעל איז מער ווייניגער געווען פאקוסירט צו אטאקירן טראמפ.
די אסאשיעדעט פרעס ווייסט צו פארציילן אז רעפובליקאנער שטעלן אפ דעם געלט פלוס פאר קאמפיינס אין 4 קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן וואו עס לוינט זיך נישט צו צאלן מער.
די פיר זענען: ניו דזשורסי'ס 7'טער דיסטריקט, אייווא'ס 1'טער דיסטריקט, מישיגן'ס 8'טער דיסטריקט און אהייא'ס 1'טער דיסטריקט. רעפובליקאנער זעען דארט נישט קיין גרויסע שאנסן און וועלן אנשטאט אנהייבן אריינצולייגן כוחות אין פארמעסטן וואו זיי האבן יא אן אויסזיכט צו זיגן.
- פאר *בקיצור* אויף *וואטסעפפ:*
https://chat.whatsapp.com/Ktq48eqtclYI6faNsR57GI
- פאר *בקיצור* אויף *סטאטוס:*
https://wa.link/zob2pf